טעקסאס – א פרוי אין טעקסאס איז אנגעקלאגט געווארן מיט זעקס קלאגעס, אריינגערעכנט דאס טראנספארטירן אויפרייס מאטעריאל מיט דער כוונה פון אומברענגען און שאפן וואונדן. די רעדע איז פון דזשוליע פאף, וועלכע האט פאראיאר אקטאבער געשיקט אויפרייס מאטעריאל צום געוועזענעם פרעזידענט באראק אבאמא, צום טעקסאס גאווערנאר גרעג עבאט, און צום סאושעל סעקיוריטי קאמישאנער קעראליין קאלווין. צו אבאמא איז דאס פעקל קיינמאל נישט אנגעקומען, אבער צו גאווערנאר עבאט איז עס יא אנגעקומען, און דער גאווערנאר אליינס האט עס געעפנט, אבער ס'האט נישט עקספלאדירט. לאקאלע פאליציי האבן שפעטער געזאגט אז דער גאווערנאר האט נישט געעפנט דאס פעקל ריכטיג, און אויב יא, וואלט די באמבע טאקע אויפגעריסן. לויט די פראקורארן, האט פאף געזאגט אז זי גלייכט נישט אבאמא און איז אויפגעברויזט אויף גאווערנאר עבאט, האט זי דעריבער דאס אפגעשיקט. עס ווארט איר איצט א שווערער טורמע אורטייל.

בילד: אנגעקלאגט צוליב באמבע פאר אבאמא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל