וואשינגטאן – די פעדעראלע יוסטיץ דעפארטמענט האט נעכטן פובליצירט א סטעיטמענט אין וועלכע זיי האבן דערקלערט אז אזעלכע ענווייראמענטאלע אקטיוויסטן וועלכע שעדיגן אויל פייפליינס איבער'ן לאנד, אדער טוען אפילו בלויז איבערטרעטן פריוואטע פראפערטיס וואו די פייפליינס לויפן דורך, מיט'ן ציל דורכצופירן פראטעסטן דורכ'ן ארויפקלעבן שילדן און אנדערע וואנדאליזם שטיק, וועלן גאר הארב פראצעסירט ווערן, מיט פעדעראלע קרימינאלע אנקלאגעס. די יוסטיץ דעפארטמענט זאגט אז די פייפליינס זענען קריטיש וויכטיג פאר אמעריקע'ס ענערגיע און עלעקטעריציטעט, און אויב איינס ווערט געשעדיגט, איז דאס א געפאר פאר נאציאנאלע זיכערהייט, און דעריבער וועט זי דאס נעמען אזוי ערנסט. אין רעאקציע, האבן עטליכע ענווייראמענטאלע גרופעס געזאגט אז דאס איז סתם פאליטיק פון דער טראמפ אדמיניסטראציע, אין זייער ווייטערדיגן קאמף קעגן די ענווייראמענטאליסטן.

בילד: יוסטיץ דעפט. וועט פראצעסירן פייפליין אקטיוויסטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל