צווישן די איבעראשונגען פונעם נעכטיגן טאג געפונט זיך דער בארא פארקער קאנדידאט ר׳ קלמן יעגער וועלכער האט אנגעצויגן פיל שטערקער ווי געראכטן אין די פארמעסט פאר סיטי קאנסיל פארשטייער אינעם 44סטן דיסטריקט אין ניו יארק וואס נעמט אריין די גרעסטע טייל פון בארא פארק און חלקים פון פלעטבוש און בענזענהוירסט.

ר׳ קלמן איז א לאנגיעריגער כלל טוער וועלכער האט געדינט אויף פארשידענע פאזיציעס, אנגעהויבן מיט קאמיוניטי באורד און דאן אלס שטאב מיטגליד פאר עטליכע שטאטישע באאמטע. ער וועט אצינד איבערנעמען די פאזיציע פון זיין פארגייער דוד גרינפעלד, וועלכער האט אויפגעגעבן זיין בענקל אויף צו איבערנעמען די פירערשאפט פון די מעט קאנסיל.

יוני הייקינד האט געפירט א העפטיגע קאמפיין מיט די הילף פון זיין פאטער דער לעגענדארער עסקן און באליבטער כלל טוער ר׳ דוב הייקינד, אבער ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט האט ער אנגעצויגן 29% טראץ וואס ער איז געלאפן אויף אן אייגענע פארטיי ליניע, און קלמן יעגער איז ארויסגעקומען מיט א שטוינענדע 67% און דערמיט אפגעצייכנט א שטארקע געווינס.

בילד: ר׳ קלמן יעגער ציהט אן שטארקע געווינס אין בארא פארק

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל