דער רעפובליקאנער פירער אין סענאט מיטש מעקאנעל האט נעכטן אויפגעברענגט דעם געדאנק אז דער אטוירני דשענעראל דשעף סעשאנס זאל זיך אפזאגן פון זיין פאזיציע און זיך אומקערן צום סענאט צו ראטעווען די רעפובליקאנער מאיאריטעט אין סענאט, נאכדעם וואס ער און אנדערע רעפובליקאנער פארלאנגען פונעם יעצטיגן קאנדידאט רוי מאָר זיך צו ארויסציען פונעם פארמעסט.

וויבאלד מען קען שוין נישט ארויפלייגן יעצט א פרישן קאנדידאט אויפ׳ן שטים-צעטל זענען די רעפובליקאנער געבליבן מיט די איינציגע ברירה פון שטעלן א רייט-אין קאנדידאט וואס וויילער זאלן קענען אריינשרייבן זיין נאמען אויפ׳ן צעטל, אבער עס איז גאר זעלטן אז א קאנדידאט וואס געפונט זיך נישט אויפ׳ן צעטל זאל אנציען שטארק, ספעציעל ווען ער שפרונגט אריין אזוי שפעט אינעם פארמעסט. דעריבער דארף מען טרעפן איינער וואס פארמאגט שוין א שטארקע רעפוטאציע און אנערקענונג אינעם סטעיט.

דעריבער זוכן אצינד פארשידענע רעפובליקאנער צו איבעררעדן דעם אטוירני דשענערעל דשעף סעשאנס וועלכער האט געדינט אלס לאנגיערגיער סענאטאר אין אלאבאמא אז ער זאל זיך צוריקקערן צו זיין סענאט זיץ, און זיך פארמעסטן קעגן דעם דעמאקראטישן קאנדידאט און אזוי ארום ראטעווען דעם מאיאריטעט.

דערווייל האט דשעף סעשאנס קאטעגאריש אפגעווארפן די פארלאנגען און געזאגט אז ער פלאנט צו פארבלייבן אין זיין פאזיציע. און אזוי אויך ווי עס שיינט דערווייל פלאנט נישט רוי מאָר צו זיך ארויסציען פונעם פארמעסט, טראץ וואס א לעצטע אנקעטע צייגט אז ער איז מיט ארום 12 פונקטן אונטערשטעליג זיין דעמאקראטישע קעגנער.

בילד: רעפובליקאנער ווענדן זיך צו דשעף סעשאנס צו ראטעווען דעם מצב אין אלאבאמא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל