רוסלאנד. – יא, אזוי ווי איר הערט, א רוסישער טורמע באאמטער איז ארעסטירט געווארן פאר'ן רויבן א שאסיי. דער פארשוין, אלעקסאנדער פראטאפאפאוו, איז געווען דער טורמע שעף פונעם טורמע אינעם קאמי ראיאן אינעם ווייטן צפון ראיאן פון רוסלאנד. ער האט במשך פון א יאר צייט געהייסן זיינע טורמע ארבעטער צו צעשניידן און צונעמען א שטיק פונעם 31 מייל פון אן ארטיגן שאסיי, וועלכע איז געווען געמאכט פון זיבן טויזנט קאנקריט בלאקן, און ער האט זיי אוועקגעפירט מיט טראקס און פארקויפט פאר א קאנקריט בלאקן פירמע. פראטאפאפאוו איז שוין אינצווישן דערהויבן געווארן אלס דעפיוטי שעף פון רוסלאנד'ס גאנצער נאציאנאלער טורמע סיסטעם, עס דראעט אים יעצט הארבע קלאגעס און ער קען באקומען צען יאר טורמע. אנדערע טורמע באאמטע האבן אנטיילגענומען אינעם שווינדל, פראטאפאפאוו האט זיי איינגערעדט עס צו טאן, זאגנדיג אז דער שאסיי איז פעלערהאפטיג און מען דארף עס צענעמען און ערזעצן. דער שווינדל האט אפגעקאסט די רעגירונג די סומע פון זעקס מיליאן רובל (80,000 דאלאר).

בילד: ארעסטירט פאר'ן רויבן שאסיי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל