וואשינגטאן – צוויי געוועזענע שפיאנאזש פירער אין אמעריקע זענען נעכטן ארויסגעקומען מיט גאר שארפע קריטיק קעגן פרעזידענט טראמפ, זאגנדיג אז זיי האלטן אז דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין, און אזוי אויך אנדערע וועלט פירער, מאניפולירן און שפילן זיך ארום מיט טראמפ, צו פארזיכערן אז טראמפ וועט אפקויפן אלעס וואס זיי זאגן אים.

די קאמענטארן פונעם געוועזענעם סי-איי-עי דירעקטאר דזשאן ברענען, און געוועזענער נאציאנאלער שפיאנאזש דירעקטאר דזשעימס קלעפער, זענען געקומען איין טאג נאכדעם וואס טראמפ האט געהאט געזאגט אז ער גלייבט פוטין, אז רוסלאנד האט נישט געטאן קיין שום שריט צו באאיינפלוסן דעם אויסגאנג פון די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן אין יאר 16'.

טראמפ האט זונטאג פארטאגס פרובירט צוריקצוציען עטוואס פון זיין ערשטן סטעיטמענט איבער גלייבן פוטין, זאגנדיג אז ער האט די פולע צוטרוי אין די אמעריקאנער שפיאנאזש באאמטע וועלכע זענען יעצט אין אמט, און טראמפ האט געגעבן צו פארשטיין, אז ער האט בלויז געמיינט צו זאגן מיט זיינע ערשטע קאמענטארן, אז ער "גלייבט אז פוטין גלייבט" אז רוסלאנד האט נישט געטשעפעט מיט די וואלן.

בילד: אמעריקאנער שפיאנאזש וועטעראנען: פוטין שפילט ארום מיט טראמפ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל