לאנדאן – פרישע ציפערן וואס די בריטישע רעגירונג האט פארעפנטליכט, צייגן אז די רעגירונג אויטאריטעטן האבן ארויפגעשטעלט טויזנטער קינדער איבער'ן לאנד אויף א ספעציעלע ליסטע אז זיי האבן די מעגליכקייט אויסצואוואקסן טעראריסטן, און דעריבער דארף מען אויף זיי האלטן א נאענט אויג. די בריטישע רעגירונג האט אין יאר 03' געלאזט אין גאנג א ספעציעלן "פרעווענט קאונטע טעראריזם" פראגראם, אין רעאקציע צו די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס צוויי יאר פריער, וואס אונטער דעם פראגראם, קענען דאקטוירים, שכנים און סתם מענטשן, לאזן וויסן פאר די אויטאריטעטן אויב זיי זעען א עמיצן וואס ליידט פון סיי וועלכע גייסטישע פראבלעמען, ווערט שטארק געטשעפעט, אדער אויב יענער דרייט זיך נאענט צו איסלאמישע ראדיקאלן, נעמט מען יענעם, און מען שטעלט אים אריין אין א ספעציעלן "ריהעב" פראגראם, אים צו היילן און פארזיכערן אז ער ווערט נישט ראדיקאליזירט דורכצופירן אטאקעס. די בריטישע רעגירונג האט ערשט יעצט ארויסגעגעבן ציפערן ארום דעם פראגראם, און עס שטעלט זיך ארויס אז בלויז אין יאר 15', זענען 7,600 געווארן ארויפגעשטעלט אויפ'ן פראגראם, און א דריטל פון זיי זענען געווען קליינע קינדער. מוסולמענער גרופעס באשולדיגן די בריטישע רעגירונג אז דער פראגראם איז רעליגיעזע דיסקרימינאציע.

בילד: קינדער אלס פאטענציעלע-טעראריסטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל