די זימבאבוארע מיליטער האט אויסגעפירט איר ווארנונג פון די לעצטע טעג און גענצליך איבערגענומען קאנטראל פון די רעגירונג אין לאנד, און האבן געמאלדן אז זיי האט דעם פרעזידענט ראבערט מוגאבי אונטער זייער ״שוץ״ און זיי האלטן אים מיט רעספעקט, און די ציהל איז אים צו באשיצן פון די קרימינאלן וועלכע יאווען זיך ארום אים.

דער 93 יעריגער פרעזידענט איז שטארק באליבט און געשעצט ביים פאלק צוליב זיין ראלע אין ברענגען זעלבסטשענדיגקייט פאר׳ן לאנד, און דעריבער טוט די מיליטער פארזיכערן אז זיי וועלן אים באשיצן און רעספעקטירן.

די ציל פון די פוטש איז צו אונטערהאקן די פוס פאר מרת. מוגאבי, די פרוי פונעם פרעזידענט וואס איז פיל יונגער פון אים, און זי זוכט צו אויסנוצן איר פאמיליע פארבינדונג צו איבערנעמען קאנטראל אין לאנד, און אין די לעצטע שטיק צייט האט זי באזייטיגט אלע פאליטיקאנטן וועלע קענען שטעלן א געפאר אויף אויף איר אבסעלוטע קאנטראל, דאס האט געפירט צו אויפברויז ביים פאלק, און עווענטועל פאר די מיליטער צו איבערנעמען די לייצעס.

די מיליטער האט איבערגענומען דעם פרעזידענטליכע פאלאץ, און די צענטראל טעלעוויזיע סטאנציעס דורך וועלכע זי האט געמאלדן אז זיי זענען יעצט אין קאנטראל צו ״אויסרייניגן די רעגירונג פון די קרימינאלן״ אבער האבן ווידערהאלט אז עס איז ״נישט קיין מיליטערישע פוטש״ און זיי פלאנען נישט צו בלייבן ביי די מאכט, נאר באשיצן די מאכט פון מוגאבי, און פארזיכערן אז נאך אים וועט די מאכט אריבערגיין צו א פאסיגער פירער.

בילד: ארמיי נעמט איבער די מאכט נאך מיליטערישע פוטש אין זימבאבוא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל