פאקיסטאן – עטליכע זענען אומגעקומען און איבער 150 זענען פארוואונדעט געווארן, ווען רעליגיעזע אקטיוויסטן פון אן איסלאמיסטישער פארטיי אין פאקיסטאן האבן זיך געשלאגן און געאמפערט מיט זיכערהייט קרעפטן. דער גאנצער געשלעג גייט צוריק מיט עטליכע וואכן צוריק, ווען דער פאקיסטאנער יוסטיץ מיניסטער האט באשטעטיגט א טויש אין דער אפיציעלער נאציאנאלער שבועה, אז אנשטאט צו שווערן אין נאמען פונעם מוסולמענער "נביא" מוכאמעד, זאל די שבועה זיך לייענען אז מ'גלייבט בלויז אין אים. דער טויש האט גאר שטארק אויפגעברויזט רעליגיעזע איסלאמיסטישע אקטיוויסטן, וועלכע האבן אלס רעזולטאט אונטערגענומען א בלאקאדע אין דער שטאט פייזאבאד, וועלכע פארמאגט עטליכע וויכטיגע שאסייען און בריקן וואס פירן אריין צו דער הויפטשטאט איסלאמאבאד, און די בלאקאדע האלט שוין אן צוויי וואכן, וואס האט געברענגט ערנסטע שוועריגקייטן און מאנגלענישן אין וויכטיגע סופלייס אין דער הויפטשטאט. די זיכערהייט קרעפטן האבן נעכטן פרובירט אפצוליידיגן די אקטיוויסטן פון די שאסייען, אבער אן ערפאלג, און עס האט זיך בלויז געענדיגט מיט עטליכע פאטאליטעטן און צענדליגער פארוואונדעטע.

אפדעיט: די געזעץ מיניסטאר זאהיד חאמיד (Zahid Hamid) האט רעזיגנירט, אפשטעלענדיג די ראיאטן.

בילד: די פאקיסטאנער געזעץ מיניסטאר זאהיד חאמיד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל