איידעהא – די מאכטפולע "נאציאנאלע רייפעל אסאסיעשאן", די גרעסטע פרא-גאן לאבי גרופע אין אמעריקע, האט אנגעהויבן פירן א קאמף אין געריכט, צו פארזיכערן אז אמעריקאנער פאנגער קענען אומגעשטערט פאנגען און מארדן "גריזלי" סארט בערן אינעם ראיאן ארום דער "יעלא-סטאון" נאציאנאלער פארק. פארלאפענעם יולי, האט די פעדעראלע "פיש און וויילדלייף" אגענטור דערקלערט אז גריזלי בערן זענען מער נישט אין געפאר פון פארשוואונדן ווערן, און דעריבער איז אויטאמאטיש פארזיכערט די רעכט פאר פאנגער זיי צו כאפן און מארדן, אבער ענווייראמענטאלע גרופעס זענען גלייך אין יולי אריינגעלאפן אין געריכט, צו פרובירן לייגן דרוק אז די פעדעראלע רעגירונג זאל ווייטער אנהאלטן דעם סטאטוס, אז גריזלי בערן זענען יא אין געפאר פון גענצליך פארשוואונדן ווערן. די ען-אר-עי האט זיך אצינד אריינגעמישט און האט פארלאנגט פון א געריכט אין איידעהא צו געבן רעכט אז זיי מעגן אריינרעדן אין די אנגייענדיגע קלאגעס קעגן דער פעדעראלער אגענטור.

בילד: ען-אר-עי קלאגט איבער גריזלי פאנגעריי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל