עס איז שוין א אמעריקאנער טראדיציע אז ווען אמעריקאנער פרעזידענטן באזוכן סאוט קארעא טוען זיי אפשטאטן א באזוך צו די דע-מיליטערזירטע זאנע ביי די גרעניץ צווישן צפון און דרום, און דאס דאס ווייסע הויז האט געזאגט אז דאסמאל וועט דער פרעזידענט נישט אונטערנעמען דעם באזוך צוליב צייט באגרעניצונגען. אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס איז אזא באזוך יא געפלאנט געווארן אבער מען האט נישט געמאלדן דערוועגן צוליב דעם וואס עס האט געזאלט געהאלטן ווערן אונטער שטרענגע געהיימניס ביז די לעצטע מינוט צוליב זיכערהייט סיבות.

נעכטן האט די ווייסע הויז פרעסע סעקארטארין סערע האקעבי סאנדערס געמאלדן פאר די פרעסע לייט וואס זענען מיטגעקומען אויף די באזוך אז דער פרעזידענט איז שוין געווען אויפ׳ן וועג צו באזוכן דעם גרעניץ מיט צפון קארעא אינאיינעם מיט דעם פרעזידעט פון דרום קארעא מאָן דשעי-אין אבער דער פליגער האט זיך צוריקגעדרייט צוליב שווערע וועטער אומשטענדן און שטארק פארוואלקנטער הימל.

דאס האט געזאלט זיין א היסטארישע מאמענט און דאס ערשטע מאל וואס דער פרעזידעט פון דרום טוט באזוכן דעם גרעניץ אינאיינעם מיט׳ן אמעריקאנער פרעזידענט, און דער פרעזידענט האט געזאלט דארט געבן א סטעיטמענט איבער די לעצטע אנגעצויגנקייט ארום די נוקלערארע פראבעס פון צפון, אבער דער וועטער האט אין די לעצטע מינוט צושטערט די גראנדיעזע פלענער.

בילד: פרעזידענט טראמפ׳ס באזוך צום דע-מיליטעריזירטע זאנע אין דרום קארעא אפגערופן צוליב וועטער צושטאנד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל