גוישען. — נאָך פיר יאָר וואָס די אָרענדזש–קאַונטי רעגירונג האָט אַריבערגעפירט אירע אָפיסעס פון די רעגירונג–צענטער אינעם ווילעדזש–אָוו–גוישען אין אַנדערע קאַונטי ערטער ווי אויך אין געדונגענע אינסטאָלאַציעס, האָט זיך די פאַרגאַנגענע וואָך אָנגעהויבן דאָס צוריקקומען.

די אַלטע רעגירונג צענטער האָט געהאַט פאַרפלייצונג פּראָבלעמען און שטייגענדע שימעל.

נאָכפאָלגענדיג יאָרן פון דעבאַטע, האָט די קאַונטי לעגיסלאַטור באַשטעטיגט דעם פאַרגאַנגענעם יאָר אַ פּלאַן צו צעשטערן אַ צענטעראַלער טייל פון די דריי-אָפּטיילונג געביידע און בויען אַ נייע עקסטענשאָן און גלייכצייטיג רענאָרווירן די איבריגע צוויי פליגלען.

די "דזשענעראַל סערוויסעס ענד אינפאָרמעישאָן סערוויסעס דעפּאַרטמענטס" האָבן פאָריגע וואָך זיך צוריק אַריינגעצויגן. די דיסטריקט אַטוירני'ס אָפיס, קאַונטי עקזעקוטיוו, קאַונטי קלוירק און אַנדערע וועלן נאָכפאָלגן אין די קומענדיגע עטליכע וואָכן.

קאַונטי–עקזעקוטיוו סטיוו ניוהאַוז האָט ערקלערט, אַז ער ערוואַרטעט ביז אָנהויב 2018 וועלן אַלע דעפּאַרטמענטס שוין זיין אַ ריינגעצויגן אין די נייע אָפיסעס. ער האָט אָנגעוויזן אַז מען דאַרף גיין לאַנגזאַם כדי נישט איבערצורייסן די ריכטער אינמיטן זי יערע קעיסעס ווי אויך נישט צו שטערן די מאָטאָר–ווהיקילס דעפּאַרטמענט.

ניוהאַוז האָט געזאגט, אַז ווען די אַלטע רעגירונג–צענטער איז געווען אין דינסט, האָבן צווישן 5 טויזענט און 10 טויזענט מענטשן דאָרט אָנגעפירט ביזנעס וועכנטליך.

בילד: אָרענדזש–קאַונטי דעפּאַרטמענטס הייבן אָן זיך אַריינצוציען אין איבערגעבויטע רעגירונג–צענטער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל