וואשינגטאן – א באריכט אין "באזפיד" דעקט אויף אז עיטש אר מעקמעסטער, פרעזידענט טראמפ'ס נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער, האט זיך אויסגעדרוקט אז טראמפ איז א קליין קינד. לויט'ן באריכט, האט מעקמעסטער גענוצט די ווערטער ביי א זיצונג אין יולי מיט'ן הויפט עקזעקוטיוו פון דער טעכנאלאגישער פירמע "ארעקאל", סאפרא קאטז. מעקמעסטער איז געזעסן אינאיינעם מיט קאטז און אפן גערעדט קעגן טראמפ, נוצנדיג די ווערטער "אידיאט", "נאר" און "קינדערגארטן קינד". א ווארטזאגער פאר ארעקאל און די טראמפ אדמיניסטראציע לייקענען ביידע די באריכטן, און עטליכע עקספערטן זאגן אז די געשיכטע איז פאלש און איז פארשפרייט געווארן דורך אזעלכע וואס ווילן שאפן א ריס צווישן מעקמעסטער און דער פרעזידענט, אז דער פרעזידענט זאל אים ארויסווארפן פון ווייסן הויז.

מעקמעסטער: טראמפ איז א קליין-קינד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל