טעקסאס – נעכטן האבן זיך אנגעהויבן ארויסשיילן מער דעטאלן איבער דער טונקעלער פארגאנגענהייט פונעם פארשוין דעווין קעלי, וועלכער האט דורכגעפירט די ברוטאלע שיסעריי זונטאג אין א טעקסאס קירכע, פון וועלכע 26 זענען אומגעקומען. ערשטנס האט מען געהערט פון אמעריקאנער עירפארס באאמטע, וועלכע האבן געזאגט אז קעלי'ס היסטאריע, אלס א ווילדער און שעדליכער פארשוין, וואלט אים ווען געדארפט צוריקהאלטן פון קענען קויפן וואפנס, אבער די עירפארס האט פארנאכלעסיגט און נישט באריכטעט א סעריע ווילדע אינצידענטן וואס האבן פאסירט בשעת קעלי האט געדינט אין מיליטער. די עירפארס זאגט אז זיי האבן געעפנט אן אויספארשונג פארוואס די אינצידענטן זענען נישט געהעריג באריכטעט געווארן צו די אלגעמיינע פעדעראלע אויטאריטעטן, און אויסער דעם האט מען נעכטן געהערט אז אין יאר 12', איז קעלי אנטלאפן פון ארעסט, ווען ער איז געהאלטן געווארן אין א טורמע פאר גייסטיש-קראנקע אין ניו מעקסיקא.

בילד: איז עירפארס שולדיג פאר טעקסאס שיסעריי?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל