אהייא – די שוועדישע פוירניטשור פירמע "אייקיע", וועלכע פארמאגט געשעפטן איבער דער גאנצער וועלט, האט נעכטן באנייעט איר צוריקרוף אויף 29 מיליאן שטיקער מעבל און שענקלעך, נאכדעם וואס עס זענען באריכטעט געווארן עטליכע פרישע טויט–פעלער, און עס האלט שוין ביי 8 קינדער וועלכע זענען געשטארבן ל"ע, נאכדעם וואס די שענק זענען אויף זיי אראפגעפאלן. דער אריגינעלער צוריקרוף איז געווען מיט איינס און א האלב יאר צוריק, אויף אלע פוירניטשור שטיקער פון דער ספעציעלער "מאלם" ליניע, וואס באשטייט בעיקר פון שענקלעך און "טשעסטס" וועלכע פארמאגן לעדלעך. אייקיע זאגט אז די שענקלעך זענען נישט גענוג סטאביל געבויעט, אזוי אז אויב באפעסטיגט מען עס נישט צו אויף דער וואנט, קען זיך עס איבערדרייען. אייקיע זאגט אז זי וועט צוריקגעבן דאס געלט פאר ווער עס ברענגט צוריק די שענקלעך פון די דערמאנטע ברענד, אדער וועט זי געבן אומזיסט א ספעציעלן געצייג מיט וועלכע מען קען גרינג באפעסטיגן די שענקלעך צו דער וואנט.

בילד: אייקיע באנייעט קריטישן שאנק צוריקרוף




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל