דער הויפט גענעראל פון מדינת ישראל האט געגעבן א זעלטענע אינטערוויו פאר א סאודישע נייעס אגענטור אין וועלכע ער האט ארויסגעלייגט די נייע סטראטעגישע צוזאמענארבייט צווישן סאודי אראביע און מדינת ישראל, און דערמיט עפנטליך דערקלערט צום ערשטן מאל וואס איז שוין לאנג א אפענע סוד, נעמליך אז סאודי אראביע און מדינת ישראל ארבייטן צוזאמען קעגן איראן.

אינעם אינטערוויו וואס דער גענעראל גדי אייזענקאט האט געגעבן פאר די ״אלאף״ נייעס אגענטור ברענגט ער ארויס די געפאר וואס איראן שטעלט פאר׳ן ראיאן, און די סטראטעגישע וויכטיגקייט פון א אליאנץ צווישן די מעסיגע אראבישע לענדער און מדינת ישראל זיך צו קעגנשטעלן די אגרעסיווע מעטאדן פון איראן צו דאמינירן דעם ראיאן, און געזאגט אז מדינת ישראל איז גרייט צו מיטטיילן סענסיטיווע שפיאנאזש אינפארמאציע מיט סאודי אראביע איר צו העלפן אין איר געראנגל מיט איראן.

״איראן זוכט צו בויען א שיאטישע אימפעריע פון איראן ביז לבנון דורך סיריע און איראק און מדינת ישראל וועט ארבייטן אינאיינעם מיט די אראבישע לענדער צו דאס פארמיידן״ און האט באצייכנט איראן אלס די גרעסטע געפאר צו מדינת ישראל. אנאליסטן שאצן די אינטערוויו איז ווארשיינליך ארקסעסטרירט דורך די סאודיער און מדינת ישראל רעגירונג צו אנגרייטן דעם באדן פאר א עפנטליכע שלום אפמאך צווישן מדינת ישראל און סאודי אראביע.

בילד: הויפט גענעראל פון מדינת ישראל דערקלערט וויליגקייט צו קאאפערירן מיט סאודי אראביע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל