וואשינגטאן – רעגירונג געזונטהייט באאמטע האבן פובליצירט א ווארענונג, אז אנדערש ווי מען מיינט זענען גרינע בלעטערדיגע גרינצייגן די הויפט פאראורזאכער פון עסן פארגיפטיגונג קראנקהייטן פעלער דערפאר איז וויכטיג צו זיין פארזיכטיג. "גרינע גרינצייגן זענען די הויפט פאראורזאכער פון עסן פארגיפטיגונג", האט געזאגט א ווארטזאגער פון דעם פעדעראלן צענטער פאר דעזיז קאנטראל. צולייגנדיג אז דאס מיינט נישט אז די רעגירונג וויל אנטמוטיגן מענטשן פון עסן גרינסן, און אז רוב מאל איז נישט קיין פראבלעם, אבער מענטשן זאלן זיין געווארנט גוט אפצואוואשן די גרינסן וואס מען קויפט. יערליך ווערט איינער פון זעקס אמעריקאנער – 48 מיליאן מענטשן – קראנק פון עסן פארגיפטיגונגען, וואס נעמט אריין 128,000 האספיטאליזירונגען און 3,000 טויטן. די רעגירונג האט אנגעוויזן אז רוב מאל ביי עסן פארגיפטיגונגען פעלער ביי גרינסן, איז עס ווען ארבעטער וואס שניידן און פאקן די גרינסן אין די פאבריקן רייניגן זיך נישט געהעריג די הענט, און אזוי פירן זיי אריבער זייערע קראנקהייטן צו די גרינסן.

בילד: אפוואשן גרינצייג וויכטיג פאר'ן געזונט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל