דער רעפובליקאנער נאמינירטער קאנדידאט וועלכער פארמעסט זיך פאר א סענאט זיץ אין די ספעציעלע וואלן וואס ווערן אפגעהאלטן אין אלאבאמא דעצעבמער 12 האט פרובירט צו פארווייעכן זיין אנזעהן אלס עקסטרעמיסט און האט דעריבער אפגעשטאט א באזוך אין סענאט זיך צו טרעפן מיט זיינע צוקנופטיגע קאלעגעס, אבער ער האט באקומען א גאר קאלטע אויפנאמע, און די רעפובליקאנער סענאטארן האבן גאנץ קלאר געצייגט אז זיי זוכן נישט זיך צו באפריינדן מיט עמיצן וואס האט געבויט זיין קאמפיין אויף אראפרייסן די רעפובליקאנער עסטעבלישמענט און גענוצט ראסיסטישע סענטימענטן.

ער איז געקומען זיך באטייליגן ביי א ספעציעל וועכנטליכע ״פאליסי לאנטש״ וואס די רעפובליקאנער לעגיסלאטארן האלטן אפ וועכנטליך, אבער ער האט באקומען א פארווע אויפנאמע פונעם סענאט פירער מיטש מעקאנעל, וועמען מאָר האט נאכאנאנד קריטקירט ביים די פריימערי קאמפיין און האט דערקלערט אז ער גייט קיין וואשינגטאן אים צו באקעמפן.

שפעטער האט דער ארויסגייענדיגער רעפובליקאנער סענאטאר דשעף פלעיק אויסגענוצט א רעדע אין סענאט צו אראפרייסן דעם גאסט, ער האט צווישן זיינע ווערטער געזאגט ״ווען אן אמעריקאנער ריכטער זאגט אז א מוסלעמענער זאל נישט זיין ערלויבט צו דינען אלס קאנגרעסמאן דארף עס זיין א ווארנונגס סיגנאל פאר אונז אלע, און די פאקט אז דער ריכטער איז היינט דער רעפובליקאנער קאנדידאט פאר סענאט איז עפעס וואס דארף אונז אלע שטארק באזארגן״

ער האט זיך דערמיט באצויגן צו אן ארטיקל וואס מאָר האט געשריבן צוריק אין 2007 אין וועלכע ער האט געזאגט אז א מוסלעמענער זאל נישט ווערן ערלויבט צו זיך פארמעסטן פאר א קאנגרעס פאזיציע, ער האט דערמיט געצילט קאנגרעסמאן קעיט עליסאן, וועלכער דינט היינט אלס קא-פארזיצער פון די דעמאקראטישע פארטיי. מאָר האט זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן פאר רעפארטער אויב ער איז נאך אלס ביי די זעלבע מיינונג.

בילד: סענעטאר קאנדידאט רעי מאָר ווערט באוואשן דורך רעפובליקאנער קאלעגעס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל