וואשינגטאן – די סטעיט דעפארטמענט האט אונטערגענומען א קאמפיין צו שניידן די צאל איינגעשטעלטע, דורכ'ן ארויסשטעלן א פארשלאג אז ווער עס איז גרייט צו רעטייערן פרי, נאך איידער ער איז עכט ערלויבט צו רעטייערן, וועט באקומען 25 טויזנט דאלער קעש. דער ניו יארק טיימס באריכטעט, אז די סטעיט דעפארטמענט וועט געבן דעם ספעציעלן פארשלאג פאר ארום 650 איינגעשטעלטע, וועלכע וועלן פארלאזן זייערע פאזיציעס אין אפריל יאר 18' און באקומען די דערמאנטע סומע קעש. דאס אלעס קומט אלס רעזולטאט פונעם קאמפיין וואס סעקרעטערי אוו סטעיט רעקס טילערסאן האט אונטערגענומען, צו רעדוצירן די קאסטן פון דער סטעיט דעפארטמענט, דורכ'ן שניידן פארשידענע וויכטיגע פאזיציעס, אפיסעס און אפטיילונגען אינערהאלב דער גאנצער דעפארטמענט, וואס אין סעפטעמבער האבן שוין א גרופע קאנגרעסלייט פון ביידע פארטייען געשטעלט פראגעס איבער טילערסאן'ס שריט, זאגנדיג אז וויכטיגע פאזיציעס ווערן עלימינירט. טילערסאן זאגט אז די אלע שניטן זענען זייער וויכטיג.

בילד: סטעיט דעפארטמענט שניידט מאסן שטאב

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל