ריאד – א פרישער באריכט אין "רויטערס", דעטאליזירט די דראמא וואס שפילט זיך אפ צווישן לבנון און סאודי אראביע, נאכדעם וואס דער לבנון פרעמיער מיניסטער, סאאד הארירי, האט אומדערווארט געמאלדן אז ער רעזיגנירט פון אמט פאריגע וואך שבת. דער באריכט באשטעטיגט די לעבאנעזער באשולדיגונגען, אז הארירי האט נישט רעזיגנירט פון זיין אייגענעם ווילן, נאר די סאודיער האבן אים געצוואונגען דאס צו טאן. דער באריכט לויטעט אז הארירי האט צום ערשט געמיינט, ווען ער איז געקומען אויף זיין באזוך קיין סאודי אראביע, אז ער קומט פאר א רוטינעם באזוך צום קעניג סאלמאן, אבער גלייך ווען ער איז אפגעשטיגן פון פליגער, האט ער געזען אז עפעס איז נישט אין ארדענונג, ווען קיין איין סאודיער פרינץ אדער רעגירונג מיניסטער האט אים נישט אפגעווארט, ווי ס'איז דער סדר ביי אזעלכע באזוכן. מינוטן שפעטער, זענען סאודיער אגענטן צוגעטרעטן צו אים, אים אריינגעזעצט אין א קאר געצווינגענערהייט, און אינעם קאר קאנפיסקירט זיין סעלפאון. 24 שעה שפעטער איז ער ערשינען אויף א נייעס סטאנציע, וואס ווערט קאנטראלירט דורך דער סאודיער מלוכה, און געצווינגענערהייט האט ער פארגעלייענט א פארגעשריבענעם סטעיטמענט, מעלדנדיג זיין רעזיגנאציע.

בילד: סאודיער האבן געצוואונגען הארירי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל