אלאבאמא – א פרישע אנקעטע וואס איז נעכטן ערשינען, צייגט אז דער דעמאקראטישער סענאט קאנדידאט אין אלאבאמא, דאוג דזשאונס, האט אן ערנסטע שאנס צו באזיגן דעם רעפובליקאנער קאנדידאט ראי מאור. דער פארמעסט קומט פאר אנצופילן דעם סענאט זיץ וואס איז ליידיג געווארן דורך דזשעף סעשאנס, וועלכער איז געגאנגען דינען אלס אטוירני דזשענעראל אונטער טראמפ, און די וואלן גייען פארקומען אום דעצעמבער 12. ביז יעצט האט אויסגעזען ווי דער דעמאקראט דזשאונס האט נישט די מינדעסטע שאנס, סיי ווייל מאור קאמפיינט אויף א טראמפ-סטיל פארנעם און איז זייער פאפולער, און סיי ווייל אלאבאמא בכלל איז א שטארק-רעפובליקאנער סטעיט, וואו דעמאקראטן פרובירן אפילו נישט צו געווינען. די נייע אנקעטע צייגט אז 46 פראצענט פון ווארשיינליכע וויילער זאגן אז זיי וועלן שטימען פאר דזשאונס, און בלויז 42 פראצענט זאגן אז זיי וועלן שטימען פאר מאור – וואס דאס קומט אין א צייט וואס ס'איז דא א קאמפיין אז מאור זאל זיך אינגאנצן ארויסציען פונעם פארמעסט צוליב פארשידענע אומעטישע אויפדעקונגען קעגן אים.

בילד: דעמאקראטן האבן שאנס אין אלאבאמא פארמעסט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל