אומאן – א פרישע אינצידענט האט פאסירט נעבן דעם ציון הקדוש פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע אין אומאן, אוקראינע, ווען א מתפלל איז פארוואונדעט געווארן פון עטליכע גומי-קוילן. צוויי לאקאלע גוים האבן זיך אריינבאקומען גאר נאענט צום אוהל, און זיי האבן ארויסגעשאסן מיט א גאן עטליכע גומי-קוילן אויף א מתפלל. אין איילעניש האבן די אידישע הצלה וואלונטירן רעאגירט צום אינצידענט און זיי האבן אפגעפירט דעם פארוואונדעטן איד צום לאקאלן שפיטאל אין א לייכט-פארוואונדעטן צושטאנד. לויט עטליכע עדות, זענען די צוויי גוים אריינגעקומען דורכ'ן שפאצירן אויפ'ן ספעציעלן "גשר הכהנים", און די לאקאלע פאליציי האט פארשפראכן אויסצופארשן דעם אינצידענט. די עסקנים, וועלכע היטן אויפ'ן הייליגן ציון, האבן נאכ'ן אינצידענט קאנפערירט מיט די פאליציי אויטאריטעטן, בעטנדיג אז זיי זאלן פארשטערקערן די זיכערהייט מאסנאמען ארום דעם ציון, כדי צו פארזיכערן אז עס פאסירט נישט קיין איבערשפיל.

בילד: זיכערהייט אינצידענט ביים ציון אין אומאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל