טעקסאס – עלטערן פון איינער פון די אומגעקומענע ביי די מאסן שיסעריי אין דער טעקסאס קירכע, וואס האט פאסירט דריי וואכן צוריק, האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן דער אמעריקאנער עירפארס, וואס דאס איז די סאמע ערשטע לעגאלע שריט אין פארבינדונג צו יענער מאסן שיסעריי. די שיסעריי האט פאסירט ווען דער געוועזענער עירפארס זעלנער ביים נאמען דעווין קעלי האט באוויזן צו לייגן א האנט לעגאלערהייט אויף וואפנס, און ער האט דערמיט געשטורעמט א קליינע קירכע אין סאטערלענד ספרינגס, טעקסאס, וואו ער האט אומגעברענגט 26 און פארוואונדעט צוואנציג אנדערע, בעפאר ער איז אליינס אומגעקומען נישט לאנג נאך דער שיסעריי. די קלאגע פון די עלטערן פון איינעם פון די אומגעקומענע, קומט נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אז די עירפארס האט נישט געהעריג באריכטעט דעם פאקט אז קעלי ליידט פון ערנסטע גייסטישע פראבלעמען, וואס אויב די עירפארס באריכטעט עס ווען יא, וואלט קעלי נישט קיינמאל געקענט קויפן לעגאל א וואפן, און ס'איז מעגליך אז ער וואלט נישט געקענט דורכפירן די שיסעריי.

בילד: קלאגע קעגן עירפארס איבער מאסן שיסעריי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל