תימן – אין די לעצטע 48 שעה האט דאס אמעריקאנער מיליטער אונטערגענומען א סעריע באמבארדירונגען קעגן אייסיס און על קאידא טעראר צילן אין תימן און סאמאליע. ערשטנס האט מען געהערט אז אן אמעריקאנער דראון אטאקע האט אומגעברענגט דריי על קאידא מיטגלידער אין תימן. די דראון מיסיל אטאקע איז דורכגעפירט געווארן אינעם ביידא פראווינץ אין תימן, און לאקאלע באאמטע זאגן אז עס איז שוין די דריטע אזא באמבארדירונג אין דער לעצטער וואך צייט. צווייטנס האט מען נעכטן געהערט אז אן אמעריקאנער דראון האט באמבארדירט אן אייסיס ציל אין סאמאליע, פון וועלכע איין אייסיס טעראריסט איז אומגעקומען. אין א סטעיטמענט, האט די אמעריקאנער מיליטער געזאגט אז די באמבארדירונג איז געווען קאארדינירט אינאיינעם מיט דער סאמאליער רעגירונג, אלס טייל פון פרעזידענט טראמפ'ס נייע סטראטעגיע צוצושטעלן מער הילף פאר אפריקאנער לענדער צו באקעמפן דעם אקטיוון טעראר געפאר אין זייערע לענדער.

בילד: טעראריסטן געצילט אין תימן און סאמאליע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל