היינט דינסטאג איז פארגעקומען אין קעניע די איינשווערונג פאר א צווייטן טערמין פונעם אמטירנדער פרעזידענט אוהורו קעניעטא, די איינשווערונג קומט לאנג נאך די וואלן זענען אפגעהאלטן געווארן, און די אפאזיציע קאנדידאט האט געפירט א פארצויגענע געריכטליכע קאמפ צו שטעלן אונטער פראגע צייכן די לעגיטימאציע פון די וואלן, וויבאלד דער אמטירנדער פרעזידענט האט געהאט די אויסשליסליכע מאכט צו קאנטראלירן די פראצעדור.

די העכסטע געריכט אין קעניע האט דערלאנגט א זיג פאר די אפאזיציע און אנולירט די וואלן און גערופן פאר א צווייטע רונדע פון וואלן, אבער די אפאזיציע האט באיאקאטירט די וואלן זאגנדיג אז עס איז נישט געמאכט געווארן די נויטיגע רעפארמען און דעריבער ווערן זיי נאך אלס באקריוודעט ביי די שטים בודקעס, דער אמטירנדער פרעזידענט האט געווינען די צווייטע רונדע אבער דער אפאזיציע קאנדידאט ראילא אודינגא האט זיך דערקלערט דער לעגיטימער פרעזידענט פון קעניע.

היינט האט די מאנאטן-לאנגע דראמא געזאלט קומען צו אן ענדע מיט די איינשווערונג פון פרעזידענט קעניעטע אין א סטאדיום אין נייראבי - די הויפטשטאט פון קעניע - אבער די אפאזיציע שטיצער האבן ארגאניזירט גרויסע מאסן פראטעסטן ווי די פראטעסטירער האבן פארשריגן דעם פרעזידענט אלס קארופטירט און אז ער האט געגנב׳ט די וואלן, דער אפאזיציע פירער אדיענגא האט אויך געגעבן א רעדע, אבער איז פארטריבן געווארן דורך די פאליציי ווען ער האט דערקלערט די פרעזידענטשאפט פון קעניעטע אומגעזעצליך.

די פראטעסטן זענען פארוואנדלט געווארן אין ראיאטן צו וועלכע די פאליציי האט רעאגירט מיט גאר שטארקע מאכט, און לויט באריכטן זענען צענדליגע פראטעסטירער שווער פארוואונדעט געווארן און אמווייניגסטנס איין פראטעסטירער איז אומגעקומען פון פאליצייאישע הייס געווער. די פראטעסטן ווערן ערווארטעט צו פארארגערט ווערן קומענדיגע וואך ווען אדיענגא פלאנט צו ארגאניזירן א איינשווערונגס צערעמאניע פאר זיך אליין.

בילד: פראטעסטירער אומגעקומען ביי קעניע פרעזידענטליכע איינשווערונג

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל