נאכדעם וואס דער לעבאנעזער פרעמיער מיניסטער סאאד הארירי האט רעגינירט פון אמט און אנטלאפן קיין סאודי אראביע, האבן קלאנגען אנגעהויבן צירקולירן אין לבנון, אז דער פרעמיער מיניסטער ווערט דארט געהאלטן קעגן זיין ווילן, און אז ער ווערט געצווינגן דורך די סאודישער רעגירונג צו ארויסגיין קעגן איראן און חיזבאלע.

דער פרעמיער האט - אין א פרואוו צו אפווארפן די קלאנגען - געגעבן א לענגערע טעלעוויזיע אינטערוויו פאר א לעבאנעזער טעלעוויזיע נעץ, אין וועלכע ער האט דערקלערט אז זיין רעזיגנאציע איז געווען א פרואוו צו אויפוועקן די וועלט צו די ערנסקייט פון די סיטואציע איבער די פאקט אז איראן טוט אין לבנון וואס זי וויל, און אז זי האט איבערגענומען קאנטראל איבער די פאליטישע סיסטעם.

דער פרעמיער האט זיך ציוויינט עטליכע מאל דורכאויס די אינטערוויו, און ער האט אויסגעקוקט גאר מיד און אויסגעשעפט, דאס האט געגעבן פרישע שטאף פאר די וועלכע זאגן אז ער ווערט געהאלטן דארט קעגן זיין ווילן, און זיי האבן אנגעצייגט אז ער זעט אויס פארפייניגט, און אז ער האט מעגליך געגעבן דעם אינטערוויו אונטער דרוק.

די אינטערוויו האט אבער געברענגט שטארקע סימפאטיע פאר חרירי אין לבנון, און דאס לאנד האט זיך פאראייניגט מיט א רוף אז ער זאל זיך אומקערן און ווייטער דינען אויף זיין פאזיציע. ער האט געזאגט אז ער פלאנט אין די קומענדיג טעג זיך צו צוריקקערן און פריש איבערנעמען די לייצעס פון די רעגירונג, אבער זוכט צו אונטערמינעווען די ראלע פון חיזבאלע אין די רעגירונג.

בילד: צומישעניש ארום צושטאנד פון לעבאנעזער פרעמיער מיניסטער האלט ווייטער אן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל