עס איז שוין א רוטין אין אמעריקאנער פאליטיקס אז באלד נאך א מאסן שיסעריי וועקט זיך פון פריש אויף די אור-אלטע דעבאטע איבער גאן רעכטן און גאן קאנטראל, ווען ביידע זייטן פרובירן צו אויסנוצן די געשעענישן צו אונטערשטיצן זייער זייט פון די דעבאטע. דער פרעזידענט וועלכער האט בלויז מינוטן נאך די ניו יארקער טעראר אטאקע שוין גערופן פאר שטרענגערע אינפארסירונג פון אימיגראציע האט ווידער זיך ארויסגעדרייט פון אדרעסירן די ברענעדיג פראבלעם פון לויזע גאן געזעצן אין אמעריקע זאגנדיג אז ״עס איז צו פריה צו אריינגיין דערין״ און אנשטאט דעם אנגעלייגט דעם פראבלעם אויף די גייסטישע פראבלעמען פונעם שיסער און געזאגט אז מען דארף טון מער וועגן גייסטישע געזונט.

פון די אנדערע זייט זענען אלע דעמאקראטישע געזעצגעבער ארויסגעקומען מיט א רוף פאר שטרענגערע גאן קאנטראל, דאס רעכנט אריין דער געוועזנער פרעזידענט אבאמא און וויצע פרעזידענט ביידען וועלכע זענען ארויסגעקומען מיט א רוף פאר געזעצגעבער צו לייגן אן ענדע צו די אומבאגרייפליכע לויזקייט וואס הערשט אין אמעריקע ווען עס קומט צו זיך איינהאנדלן און ארומטראגן וואפן. און זיי ווייזן אן אז אמעריקע שטייט די העכסטע אויף די וועלט ווען עס קומט צו גאן רציחות, העכער ווי יעדע לאנד אין די וועלט, אפילו אזעלכע ווי עס קומען פאר ציווילע קריג.

צום ביישפיל: אמעריקע האט 16 מאל אזויפיל גאן רציחות ווי דייטשלאנד, און טראץ וואס אמעריקע איז ארום 4 פערצענט פון די וועלטס פאפולאציע פארמאגן די אמעריקאנער באפעלקערונג איבער האלב פון די גאנס אין די וועלט וואס באלאנגען צו ציווילע בירגער. און אין דורכשניט קומט יעדן טאג פאר א מאסן שיסעריי אין אמעריקע אין וועלכע איבער 3 מענשטן ווערן ערמארדעט.

בילד: פרעזידענט טראמפ לייגט אן מאסן שיסעריי אויף גייסטישע געזונט פראבלעמען


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל