דער סענאט מאיאריטעט פירער מיטש מעקאנעל האט היינט פארעפנטליכט א סטעיטמענט אין וועלכע ער רופט פאר דעם אויסגעשפראכענעם קאנטראווערסיאלן קאנדידאטן רוי מאָר צו אפטרעטן פונעם פארמעסט אין אלאבאמא, נאכדעם וואס עס זענען אפירגעקומען פארשידענע באריכטן איבער געמיינע אקטן וואס ער איז באגאנגען מיט יארן צוריק. מעקאנעל זאגט אז ער גלייבט די געשיכטעס וואס ווערן פארציילט און ער רופט דעריבער פאר מאָר צו ארויסטרעטן פונעם פארמעסט וואס שנעלער, און ער וויל אז די רעפובליקאנער זאלן זיך פאראייניגן אויף א קאנדידאט וואס מען וועט אריינשרייבן זיין נאמען אינעם וואל-צעטל. רוי מאָר האט קלאר געמאכט אז ער פלאנט צו בלייבן אינעם פארמעסט, און טוט קאטעגאריש אפווארפן אלע באשולדיגונגען.

בילד: מעקאנעל רופט פאר רוי מאָר צו ארויסטרעטן פונעם פארמעסט פאר סענאט אין אלאבאמא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל