נעכטן האט זיך געענדיגט א 4 טאגיקע דיפלאמאטישע מיסיע פון סאנג טעא א הויכראנגיקער כינזערע דיפלאמאט וועלכע האט באזוכט אין נארט קארעא מיט די ציל פון ״פארשטערקערן די צוזאמענארבייט״ צווישן די קאמוניסטישע פארטייען פון כינע און נארט קארעא, דאס איז די העכסט-ראנגיקסטער כינעזער דיפלאמאט וועלכער באזוכט אין נארט קארעא אין די לעצטע צוויי יאר. די באזוך איז שטארק נאכגעפאלגט געווארן איבער די וועלט וויבאלד עס איז געקומען באלד נאכ׳ן באזוך פונעם אמעריקאנער פרעזידענט אין כינע דורכאויס וועלכע ער האט גערופן פאר א שטייפערע צוגאנג צו נארט קארעא, אבער דערווייל האלט נאך כינע אן זייער ניוטראליטעט און זוכט נישט צו איבערציען דעם שטריקל ווען עס קומט צו פארהאנדלן מיט נארט קארעא.

בילד: כינע ווארימט פריש אָן דיפלאמאטישע באציאונגען מיט נארט קארעא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל