מאסקווע – א רוסישער מוסולמענער ביליאנער פינאנצירט א ספעציעלן פראיעקט וועלכע וועט פארזיכערן אז א גרויסע הויפן פון אידישע דאקומענטן ווערן פרעזערווירט אויף אייביג, דורכדעם וואס די דאקומענטן וועלן אריינגעסקענט ווערן צו א קאמפיוטער סיסטעם. די גינזבורג קאלעקשאן איז א זאמלונג פון מער ווי צוויי טויזנט אידישע דאקומענטן, וואס זענען געזאמלט געווארן דורכ'ן אידישן רוסישן אריסטאקראט באראן דוד גינזבורג אנהייב פונעם צוואנציגסטן יאר-הונדערט, און עס נעמט אריין אין זיך היסטארישע גמרות, ספרי קבלה, פילאזאפיע, אסטראנאמיע, מעדיצין און אנדערע חכמות געשריבן דורך אידן. די דאקומענטן געפינען זיך אונטער קאנטראל פון די רוסישע רעגירונג'ס אפיציעלע לייברערי, און דער נייער פראיעקט, צו פרעזערווירן די דאקומענטן, איז פינאנצירט געווארן דורכן מוסולמענער רוסישער ביליאנער זיאוואדין מאגאמעדאוו (Ziyavudin Magomedov).

בילד: דער מוסולמענער רוסישער ביליאנער זיאוואדין מאגאמעדאוו (Ziyavudin Magomedov)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל