אן אנקעטע דורכגעפירט צווישן ניו יארקער צייגט אז א איבערוויגנדע מערהייט פון ארום צוויי דריטל ניו יארקער שטיצן דעם געדאנק פון לעגאליזירן קאנאביס-מאריחואנא אין ניו יארק, ארום 62% פון ניו יארקער האבן געזאגט זיי שטיצן די געדאנק אז עס זאל ווערן לעגאל אזוי ווי אלקאהאל צו פארקויפן פאר יעדן העכער 21 יאר אלט, און בלויז 28% האבן געזאגט אז זיי זענען דערקעגן. אזוי אויך האבן  60% געזאגט אז דאס איז א גוטע וועג צו אריינברענגען געלט פאר די סיטי קאסע און אזוי ארום באלאנסירן דעם בודשעט וואס איז געפלאגט פון א דעפעציט פון איבער 4 ביליאן דאלער. די אנקעטע איז דורכגעפירט געווארן דורך עמערסאן קאלעדש צווישן 600 אויסגעפרעגטע. 

בילד: מערהייט ניו יארקער שטיצן לעגאליזאציע פון קאנאביס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל