נעבראסקע – די נעבראסקע סטעיט רעגולאציע באאמטע האבן נעכטן געגעבן ענדגילטיגע באשטעטיגונג פאר דעם סאמע לעצטן טייל פונעם מאסיוון קיסטאון אויל פייפליין. דער פייפליין ברענגט אריין שמוציגע אויל זאמד פון קאנאדע ביז קיין טעקסאס, וואו ס'געפינען זיך עטליכע גרויסע איינריכטונגען וואו די אויל זאמד ווערט אויסגעארבעט ארויסצונעמען דערפון די ריינע אויל פאר גאזאלין און אנדערע באנוץ. אונטער דער אבאמא אדמיניסטראציע איז דער פראיעקט געווען אפגעשטעלט, צוליב וואס אבאמא האט עס בלאקירט פאר ענווייראמענטאלע אורזאכן, אבער טראמפ האט געגעבן זיין אונטערשריפט באלד נאכ'ן אריינקומען אין ווייסן הויז, אז מ'זאל פאראויסגיין מיט'ן פראיעקט, און נעכטן האט מען באקומען די באשטעטיגונג דורכצופירן דעם פייפליין אין נעבראסקע, ענדיגנדיג דעם גאנצן "רוט" וואו דער פייפליין וועט לויפן.

בילד: לעצטע קיסטאון פייפליין טייל באשטעטיגט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל