פרעזידענט טראמפ איז נעכטן אנגעקומען קיין יאפאן, די ערשטע לאנד אין די ליסטע פון די אזיאנער לענדער ווי ער וועט באזוכן, ער איז אנגעקומען דארט נאך א קורצע אפשטעל אין פוירל הארבער. דער פרעזידענט איז אויפגענומען געווארן גאר ענטוזיאסטיש אין יאפאן, סיי דורך די עפנטליכע באפעלקערונג און סיי דורך דעם פרעמיער מיניסטער שינזא אבעי וועלכע האט אנטוויקלט א גאר נאנטע פריינטשאפט מיט׳ן פרעזידענט.

די צוויי פירער האבן געפראוועט א עפנטליכע מאנעפסטאציע פון פערזענליכע פריינטשאפט, אינאיינעם געשפילט גאלף און פארברענגט פארנט פון די קאמערעס, און אזוי אויך זיך אויסגעלויבט איינער דעם צווייטן. דער פרעזידענט האט ווידערהאלט זיין פארשפרעכונג אז אמעריקע וועט קומען צו הילף פון יאפאן אין פאל זיי ווערן אטאקירט אדער באדראעט פון די דיקטאטורישע רעזשים אין נארט קארעא.

בילד: פרעזידענט טראמפ הייבט אן באזוך קיין אזיע מיט פריינטליכע באזוך אין יאפאן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל