א געריכט אין פראנקפורט האט היינט ארויסגעגעבן אן אורטייל אין וועלכע זיי בארעכטיגן ״קואוועיט עירליינס״ אין א פארצויגענע געריכטליכע געפעכט וואס זיי האבן געהאט מיט א מדינת ישראל בירגער וועלכע האט זיי אנגעקלאגט נאכדעם וואס זיי האבן אים נישט ארויפגעלאזט אויף זייער פליגער, אנגעבנדיג אז אונטער די געזעץ איז קואוועיט נישט ערלויבט צו מאכן ביזנעס מיט מדינת ישראל בירגער און דעריבער קענען זיי נישט ערלויבן א מדינת ישראל בירגער צו פארן אויף זייער פליגער.

דער פאסאנדשיר האט דעריבער אנגעקלאגט דעם עירליין און פארלאנגט א געלט פארגיטיגונג, און אויך אז די געריכט זאל פארבאטן פאר די עירליין צו אפערירן אין דיישטלאנד וויבאלד די רעגולאציע איז אנטי-סעמיטיש און טוט ספעציפיש צילן אידישע בירגער פון מדינת ישראל. דאס געריכט האט אבער אנגענומען די זייט פונעם עירליין און געזאגט אז זי איז פארפליכטעט צו די געזעצן פון איר היימלאנד ווי עס געפונען זיך אירע הויפטקווארטירן, און דייטשלאנד קען זיך נישט אריינמישן אין אירע רעגולאציעס, טראץ וואס עס איז דיסקרימינירנד. די באשלוס איז שטארק באדויערט געווארן דורך אידישע ארגאניזאציעס, און די אדוואקאטן האבן געזאגט אז זיי וועלן אפעלירן דעם אורטייל.

בילד: דייטשער געריכט אורטיילט: עירליין האט רעכט צו אפזאגן מדינת ישראל בירגער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל