די שטארקע דראמאטישקייט פון די "סטאפ סיין" איז נישט אלץ אזוי געווען. די ערשטע סטאפ סיין איז געווארן אראפגעשטעלט אין דיטראיט, מישיגען, פונקט הונדערט יאר צוריק, אין 1915. יענע סיין איז געווען שווארץ אויף ווייס, און 2 פוס ביי 2 פוס.

זיבן יאר שפעטער האט מען געטוישט די ארומיגע קאליר צו געל, און אין 930 ' האט מען געטוישט צו רויט אויף געל, און עס אויך געמאכט אביסל קלענער.

נאך די צווייטע וועלט קריג האט מען באשטימט די סטאפ סיין צו זיין 2.5 פוס העכער די ערד, אבער באלד דערנאך האט מען אדאפטירט די איצטיגע ווייסע אויף רויט, און עס געהויבן דאפלט צו 5 פוס הויך. אין די ווייטערדיגע יארן האט מען געמאכט קליינע טוישונגען, ביז די היינטיגע סטאנדארטן פון 30 ביז 30 אינטשעס קוואדראט, ארום זיבן פוס העכער דער ערד, ווייסע ווערטער און א קליינע ווייסע פרעים אויף רויטע בעקגראונד.

די סיין ווערט געלייגט אויף א פלאץ וואו די ווייטקייט און שנעלקייט פון 85 פראצענט דרייווערס לאזט איבער גענוג פלאץ זיך אפצושטעלן שטאטעלעך און קענען זיין אינגאנצן אפגעשטעלט ביי די באשטימטע ליניע.

בילד: די באדייט פון טראפיק סיינס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל