וואשינגטאן – עטליכע עטיקס עקספערטן, צווישן זיי די געוועזענע עטיקס באאמטע אינערהאלב דער אדמיניסטראציע פון פרעזידענט בוש און פרעזידענט אבאמא, זענען נעכטן ארויסגעקומען און געזאגט אז קעליען קאנוועי, טראמפ'ס הויפט ראטגעבער אין ווייסן הויז, מוז ארויסגעווארפן ווערן פון איר אמט, נאכדעם וואס זי האט אריינגערעדט אינעם אנגייענדיגן סענאט פארמעסט אין אלאבאמא. דער פארמעסט גייט אן צווישן דעם קאנטראווערסיאלן רעפובליקאנער ראי מאור, און דער דעמאקראט דאוג דזשאונס, וועלכער האט זיך אין די לעצטע טעג ארויפגעכאפט אין די אנקעטעס, און קעליען קאנוועי האט אין אן אינטערוויו גאר שארף אראפגעריסן דזשאונס, און אויסגעלויבט מאור.

ריטשארד פעינטער, וועלכער האט געדינט אלס עטיקס ראטגעבער אונטער פרעזידענט בוש, זאגט אז דערמיט איז קאנוועי באגאנגען א קרימינאלע אקט, פארלעצנדיג דאס "דזשאונס אקט" געזעץ, וועלכע פארבאט איינגעשטעלטע אינעם עקזעקוטיוון צווייג פון דער פעדעראלער רעגירונג – אויסער דעם פרעזידענט און וויצע פרעזידענט – אריינצורעדן אין אנגייענדיגע פאליטישע פארמעסטן.

עטיקס עקספערטן: קאנוועי מוז אפטרעטן



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל