באלי – א וואולקאן בארג אויפן אינדאנעזיער אינזל באלי האט אנגעהויבן צייגן צייכענעס פון אן ערנסטן אויפרייס, איינמאל מוצאי שבת און דריי מאל נעכטן זונטאג אינדערפרי, שיסנדיג לאווא און אש אזוי הויך ווי דרייצן טויזנט פיס אין דער לופטן. דאס האט געפירט דערצו אז אויטאריטעטן האבן אונטערגענומען מאסן עוואקואציעס, באפעלנדיג יעדן וואס וואוינט אין די 4.5 מייל ארום דעם וואולקאן צו פארלאזן די הייזער וואס שנעלער. דער פאקט אז די אש און לאווא שיסט ארויף אזוי הויך, האט געברענגט אז די אויטאריטעטן זאלן אפשפארן דאס אינטערנאציאנאלע לופטפעלד וועלכע געפינט זיך אויפן קליינעם לאמבאק אינזל הארט נעבן באלי, צוליב וואס וואולקאן אויפרייסן שטעלן אין געפאר פליגערס וואס פארן דורך העכער דעם, סיי צוליב וואס די רויך מאכט שווער דאס זען, און סיי צוליב וואס עס שטערט די ראדאר סיגנאלן.

בילד: אפגעשאפענע פלי רייזעס נאך וואולקאן אויפרייס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל