אין די אפריקאנער לאנד זימבאבווע הערשט א אנגעצויגענע פאליטישע קלימאט נאכדעם וואס דער אמטירנדער פרעזידענט מוגאבי האט אפגעזאגט זיין דעפיוטי עמערסאן מענאנגווא וואס איז געזען געווארן אלס נאטורליכע נאכפאלגער פאר די פאזיציע, די שריט ווערט געזען ווי א פרואוו פון די פאמיליע פון מוגאבי וועלכע זוכן צו באזייטיגן אלע וויכטיגע פיגורן ארום מוגאבי, און אזוי ארום פארזיכערן אז זיין ווייב נעמט איבער זיין פאזיציע נאכדעם וואס דער אלטער מוגאבי שטארבט אדער רעזיגנירט, אבער די ארטיגע מיליטער זעהט דאס נישט מיט א גוט אויג, און די הויפט גענעראלן האבן פאררופן א פרעסע קאנפרענץ אין וועלכע זיי האבן געסטראשעט מיט א מיליטערישע פוטש אויב די מוגאבי פאמיליע גייט ווייטער אן מיט די סארט פאליטיק.

בילד: מיליטער אין זימבאבווע סטראשעט צו איבערנעמען פאליטישע קאנטראל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל