מאסקווע – דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט נעכטן געזאגט, אז די רוסישע רעגירונג שטייט אויף דער וואך און איז גרייט אויף דער מעגליכקייט אז די אמעריקאנער רעגירונג וועט זוכן צו טאן פארשידענע שריט צו באאיינפלוסן די פרעזידענט וואלן וואס גייען אפגעהאלטן ווערן קומענדיגן יאר אין רוסלאנד. פוטין האט דערווייל נאכנישט געמאלדן אז ער לויפט פאר ווידערוויילונג, אבער מ'דערווארט אז ער וועט לויפן און ווארשיינליך געווינען, וויבאלד עס האבן זיך נישט דערווייל ארויסגעשטעלט קיין ערנסטע קעגנער, אויסער דער פאפולערער אפאזיציע-פיגור אלעקסיי נאוואלני, וועלכער ווערט נאכאנאנד ארעסטירט פאר'ן אנפירן אומלעגאלע אנטי-פוטין פראטעסטן. פוטין זאגט אז אמעריקע וועט זוכן צו באאיינפלוסן די רוסישע פרעזידענט וואלן, אלס נקמה אויף די "לעכערליכע באשולדיגונגען" אז רוסלאנד האט געטאן עפעס צו טשעפען מיט די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן.

בילד: פוטין: אמעריקע וועט טשעפען אונזערע וואלן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל