איסטאנבול – די טערקישע רעגירונג האט נעכטן גאר שארף געלייקנט די "לעכערליכע" באשולדיגונגען אז זי האט פלאנירט צו קידנעפן א מוסולמענער קלעריק וועלכער געפינט זיך אין אמעריקע. די באשולדיגונגען זענען אויפגעקומען מיט עטליכע וואכן צוריק, אין פארבינדונג מיט די אנגייענדיג אויספארשונגען אויפ'ן קאמפיין פונעם אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ. קלעריק פאטולא גולאן קומט פון טערקיי און ער באהאלט זיך אין אמעריקע, וויבאלד דער טערקישער פרעזידענט ערדאגאן באשולדיגט אז גולאן איז געשטאנען אונטער דעם דורכגעפאלענעם פוטש קעגן דער ערדאגאן רעגירונג מיט איינס און א האלב יאר צוריק. די פרישע באשולדיגונגען זענען אפירגעקומען קעגן טראמפ'ס קאמפיין ראטגעבער און צייטווייליגער נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער מייקל פלין, וועלכער האט געארבעט אלס לאביאיסט פאר דער טערקישער רעגירונג, און דער געשפרעך צווישן פלין און טערקישע באאמטע איבער ארויסכאפן גולאן שטילערהייט פון אמעריקע, און נישט דורכגיין די געווענליכע פארצויגענע אויסליפערונג פראצעדורן, איז פארגעקומען פאראיאר סעפטעמבער. טערקיי זאגט אז די אלע באריכטן האבן נישט דאס מינדעסטע האפט.

בילד: טערקיי לייקנט גולאן קידנעפינג פלאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל