א גרופע אגענטן פון די היימלאנד זיכערהייט אפטיילונג האט דורכגעפירט א פארש אפעראציע איבער די געניטקייט און וואכזאמקייט פון די גרעניץ וועכטער פון די טי-עס-עי וועלכע ארבייטן אין די לופטפעלדער איבער אמעריקע, צו דערגיין ווי גרינג עס איז צו ארויפשווערצן געווער אדער אויפרייס מאטריאל אויף פליגערס. און האבן איבערגעגעבן זייערע געפונסן פאר א קאמיטע אין קאנגרעס וואס פירט דורך אן איבערזיכט אויף די לופטפעלדער זיכערהייט.

די גענויע געפונסן פון די אויספארשונג זענען קלאסיפיצירט אבער קוועלער אין די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט האבן איבערגעגעבן פאר די פרעסע אז אין אזויפיל ווי 70% פון די פרואוון איז געלונגען פאר פארשטעלטע אגענטן צו ארויפשווערצן אויף פליגערס גאָנס, מעסערס, און אפילו אויפרייס מאטריאל. אין א אויפטריט פאר די קאמיסיע האט דער טי-עס-עי הויפט אפערלירט פאר פאנדינג פאר מער פארגעשריטענע סקעננערס, אזעלכע וואס ווערן שוין גענוצט אין א טייל פון די לופטפעלדער, און לויט ווי ער זאגט האבן זיך די סקענערס ארויסגעשטעלט צו זיין אפעקטיוו אין כמעט 100% פון די פעלער.

בילד: אויספארשונג צייגט אז עס איז גאר גרינג צו שווערצן געווער אויף פליגערס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל