וואשינגטאן – די עקוויפעקס קרעדיט פירמע האט געזאגט, אז היינט דאנערשטאג וועלן זיי פארעפנטליכן פאר'ן פובליק זייער פינאנציעלן צושטאנד פונעם לעצטן פערטל יאר, וואס דער באריכט וועט זיין דאס ערשטע פינאנציעלע באריכט פון דער פירמע זינט עס איז אויפגעדעקט געווארן די מאסיווע העקעריי וואס די פירמע האט געליטן, פון וועלכע עס זענען ארויסגערונען גאר האקעלע און פערזענליכע אינפארמאציע פון ארום הונדערט און פופציג מיליאן אמעריקאנער בירגער. עקוויפעקס האט ארומגעשלעפט זייער לאנג מיט'ן ארויסגעבן איר פינאנציעלע אינפארמאציע, וואס מען דערווארט אז זי האט געליטן גאר שווערע פארלוסטן אלס רעזולטאט פון דער העקעריי, און די פירמע זאגט אז מארגן וועלן רעפארטערס האבן א שאנס איר צו פרעגן פראגעס ביי א ספעציעלע טעלע-קאנפערענץ, וואס וועט זיין די ערשטע אזא געלעגנהייט זינט די העקעריי איז באריכטעט געווארן.

בילד: עקוויפעקס וועט באריכטן איר צושטאנד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל