וואשינגטאן - אן אמעריקאנער נעווי שיף האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט א שלעפ-שיף אין יאפאנעזער וואסערן. דער אינצידענט האט פאסירט מיטן ״יו עס עס בענפאלד״, וועלכע איז געפארן אינעם סאגאמי בעי נעבן יאפאן, פאר א רוטינע שלעפּונג עקסערסייז, און עס האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט דער יאפאנעזער שיף. די נעווי זאגט אז קיינער איז נישט פארוואונדעט געווארן פונעם צוזאמשטויס און די נעווי שיף האט געליטן מינימאלע שאדנס. דער צוזאמשטויס איז די לעצטע פון א סעריע ערנסטע צוזאמשטויסן וואס מען הערט אין די לעצטערע מאנאטן צווישן אמעריקאנער מיליטערישע שיפן און אויסלענדישע שיפן, אריינגערעכנט דאס וואס אין יוני האט זיך די ״פיצדזשעראלד״ שיף צוזאמגעשטויסן מיט א פישער-שיף אין די וואסערן נעבן יאפאן, און דער ״יו עס עס מעקעין״ שיף אינצידענט אין אוגוסט אין וואסערן נעבן סינגאפור, וואס ביידע אינצידענטן אינאיינעם האבן געקאסט די לעבנס פון 17 אמעריקאנער זעלנער.

בילד: פרישער צוזאמשטויס מיט נעווי מיליטערישע שיף

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל