בערלין – קאנסטרוקציע ארבעטער אין דייטשלאנד האבן געפונען א גאר מאדנע זאך בשעת'ן ארבעטן אויף א פראיעקט אין דער שטאט האמבורג. די ארבעטער האבן געגראבן אין זאמד מיט א טראקטאר, נעבן א גרויסן שפיל-פלאץ, וועלנדיג אנהייבן גיסן פונדאמענטן פאר א נייער געביידע, ווען פלוצלינג האט זיך דער טראקטאר אנגעשטויסן אין א הארטן אביעקט. ביים אוועקרוקן די שיכטן זאמד, האבן זיי אנטדעקט א ריזיגן האקנקרייץ געמאכט פון צעמענט, ביי א גרויסקייט פון דרייצן ביי דרייצן פיס.

די אייגנטימער פונעם שפיל-פלאץ האבן אדרעסירט דעם אינטערעסאנטן געפינס, זאגנדיג אז דער האקנקרייץ האט געדינט אלס פונדאמענט פאר א גרויסן נאצישן מאנומענט וועלכע האט עקזיסטירט אויפן ארט אין לויף פון דער נאצי עפאכע, און דער מאנומענט איז אראפגעווארפן געווארן נאכ'ן צווייטן וועלט קריג. סיטי באאמטע זאגן אז זיי וועלן ארבעטן צו צעברעכן דעם גרויסן צעמענטענעם האקנקרייץ וואס שנעלער.

בילד: ריזן האקנקרייץ אויפגעגראבן אין דייטשלאנד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל