וואשינגטאן – די טראמפ אדמיניסטראציע באטראכט די מעגליכקייט פון ארויפשטעלן א פארבאט אויף אלע ווייסע הויז איינגעשטעלטע, אז זיי זאלן נישט טארן נוצן זייערע פריוואטע סעלפאונס בשעת זיי זענען ביי דער ארבעט. דער באריכט איז פובליצירט געווארן נעכטן דורך "בלומבערג", וועלכע זאגט אז זי האט דאס געהערט פון זיבן אדמיניסטראציע באאמטע. פרעזידענט טראמפ האט זיך שוין עטליכע מאל באקלאגט איבער דעם וואס עס רינען ארויס זייער א סאך אינערליכע זאכן פון ווייסן הויז צו דער מידיא, אבער די אדמיניסטראציע באאמטע וועלכע האבן גערעדט צו "בלומבערג" זאגן, אז דער פלאן צו פארבאטן פריוואטע-סעלפאון באנוץ אין ווייסן הויז, איז נישט צוליב'ן זארג פון ליעקס צו די מידיא, נאר פשוט פאר סייבער-זיכערהייט אורזאכן, ווייל פריוואטע סעלפאונס זענען נישט גענוג פארזיכערט און העקערס קענען גרינג טאן פארשידענע שפיצלעך זיך אריינצוכאפן אין די ווייסע הויז קאמפיוטער סיסטעמען, דורך א פריוואטן סעלפאון פון א ווייסן הויז שטאב מיטגליד.

בילד: ווייסע הויז וויל פארבאטן שטאב-סעלפאונס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל