ווער דארף פיילן א טעקס ריטוירן?

דאס איז אן אפטע שאלה פון בחורים און פרישע יונגעלייט, הגם מיר האבן שוין באקומען די שאלה פון א זיבעציג יעהריגע איד אויך. נישט יעדער איינער מוז פיילן טעקסעס. אויב פארדינט איר נישט קיין געלט דארפט איר נישט פיילן קיין טעקס ריטוירן. אזוי אויך אויב פארדינט איר ווייניגער פון $6,000 - $8,000 במשך דעם יאר דארפט איר נישט פיילן. פונדעסטוועגן ווען איר פיילט א טעקס ריטוירן באקומט איר אפטמאהל א טעקס ריפאנד געוואנדען אין אייער מצב.

מען קען עס צוטיילן אין דריי קאטעגאריעס: 1. די וואס מוזן פיילן. 2. די וואס לוינט זיך צו פיילן אבער מוזן נישט. 3. די וואס פיילן א טעקס ריטוירן מאכט זיי גארנישט אויס.

די סומע פון אייער taxes אדער טעקס ריפאנד ווענדט זיך אין:
• וויפיל איר האט פארדינט במשך דעם יאר.
• צו האט איר אריינגעצאלט שטייערען במשך די יאר. (גייט דורך אייער pay stubs, W2).
• פון וואו די געלט איז געקומען (וועידשעס, רענטעל אינקאם, לאטעריס וכו’).
• זענט איר אן ארבייטער אדער ארבעט איר פאר זיך אליין.
• איר זענט סינגעל. חתונה געהאט, איר האט קינדער, וואוינט אליין אדער ביי אנדערע.
• אסאך ווייטערדיגע פרטים אין אייער סיטואציע.

ווען איז די צייט צו פיילן? וועלכע אינקאם איז taxable? וואס טוט זיך אויב רעפארט (report) איך נישט אלע פארדינסטען? פאלגט נאך ווייטערדיגע ארטיקלען.

בילד: ווער דארף פיילן א טעקס ריטוירן?

אינטרעסאנט פאקטן: אינקאם טעקסעס אין אמעריקע איז נישט אזא אלטע זאך. קאנגרעס האט נישט באקומען די מאכט איינצוקאסירען אינקאם טעקסעס ערשט ביז 1913. די טעקסעס דעמאלטס איז געווען א נישטיגע 2 פראצענט און האט אפעקטירט א קנאפע 4 פראצענט פון די אמעריקאנער באפעלקערונג.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל