מאנהעטן – א רעטייערטער טיטשער איז ארויסגעקומען דערציילן, אז א גרויסע צאל טיטשערס פון א סקול, וועלכע האט זיך געפונען נישט ווייט פון די צווילינג טורעמעס אין מאנהעטן, ליידן ביז'ן היינטיגן טאג פון ערנסטע געזונטהייט פראבלעמען אלס רעזולטאט פון די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס. די רעדע איז פון דער "סטייוועסענט הויך שולע", וואס א גרופע סטודענטן זענען ארויסגעקומען מיט עטליכע טעג צוריק און דערציילט אז א גרופע סטודענטן זענען שוין דיאגנאזירט געווארן מיט פארשידענע לונגען פראבלעמען, אריינגערעכנט לונגען קענסער ה"י, אין די זעכצן יאר זינט די טעראר אטאקעס, צוליב'ן אריינאטעמען די שעדליכע רויך פון די ברענענדיגע צווילינג טורעמעס, און אצינד איז ארויסגעקומען דער געוועזענער טיטשער אין דער שולע, גערי בראנדוויין, און ער זאגט אז ער איז געווען געצוואונגען צו רעטייערן אין יוני יאר 02' צוליב'ן אנהייבן ליידן פון אריטמיע און שפעטער האט ער איבערגעלעבט א סטראוק. ווי בראנדוויין זאגט, ווייסט ער פון 25 טיטשערס פון דער שולע וועלכע זענען געשטארבן פון קענסער זינט די טעראר אטאקעס, אלס רעזולטאט פון די שווערע רויך.

בילד: טיטשערס ליידן צוליב סעפטעמבער עלעווען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל