מאָנראָו. — איינוואוינער זאָגן, אַז די אָנגייענדע פּראָבלעמען אין זייער וואַסער–דיסטריקט, לאָזט זיי איבער צומאָל אָן קיין סערוויס פאַר עטליכע טעג.

איינוואוינער וועלכע וואוינען אין מאָנראָו'ס "וואַסער–דיסטריקט 12 " זאָגן, אַז שוין צענדליגער יאָרן וואָס זיי מוזן זיך אַן עצה געבן מיט'ן פּראָבלעם פון נישט קענען זיך באָדן, טרינקען וואַסער אָדער וואַשן געשיר.

עס זענען פאַראַן 42 הייזער אין דעם קוואַל-וואַסער סיסטעם וואָס האט אַ פּאָמפּ–סטאַנציע אין דעם געגענט. עס ווערט אויפגעהאַלטן און אָנגעפירט דורכ'ן טאַון און באַאַמטע זאָגן אַז גרויסע אַפּגרעידס און פאַרריכטונגען זענען שוין אונטערוועגנס. איינוואוינער זאָגן, אַז אַלע פּייפּס זענען שוין ערזעצט געוואָרן, אָבער דאָס האָט נישט געהאָלפן.

מאָנראָו באַאַמטע באַשולדיגן די אַלטע געצייגן און אינפראַסטרוקטור פאַר די פּראָבלעמען. זיי האָבן אינוועסטירט הונדערטער טויזנטער דאָלער אין פאַרריכטונגען און פּלאַנירן צו ערזעצן דעם פּאָמפּ ביז פרילינג, אָבער שכנים זענען סקעפּטיש, און האַלטן אַז עס וועט זיי בלויז קאָסטן געלט אָבער פאַקטיש וועלן זיי נישט זען קיין ערנסטע פאַרבעסערונגען.

מאָנראָו באַאַמטע אַרבעטן צו פאַרזיכערן אַ באָנד צו קענען באַצאָלן פאַר די פאַרריכטונגען און זאָגן אַז וואַסער–בילס פאַר היים–אייגענטימער וועלן וואַרשיינליך אַרויפגיין אַרום 300 דאָלער אַ יאָר ביז עס וועט גענצליך אויסגעצאָלט ווערן.

בילד: מאָנראָו איינוואוינער זאָגן וואַסער–דיסטריקט אישוס גייען צוריק מיט צענדליגער יאָרן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל