האוואנא – נעכטן האט קובא גענומען נאך א טריט, ריכטנדיג זיך צו דער ענדע פון דער קאסטרא פאמיליע עפאכע אין לאנד, ווען מיליאנען בירגער זענען ארויסגעקומען אפגעבן זייערע שטימען אין לאקאלע מוניציפאלע וואלן איבער'ן לאנד. די וואלן זענען אפגעהאלטן געווארן איין טאג נאכ'ן אפצייכענען דעם פינפטן יארטאג פון פידעל קאסטרא'ס טויט, און קומט עטליכע מאנאטן איידער מ'גייט אפהאלטן נאציאנאלע אסעמבלי וואלן איבער'ן לאנד אנהייב יאר 18'. די נייע נאציאנאלע אסעמבלי, וואס פופציג פראצענט דערפון וועלן באשטיין פון דעלעגאטן וועלכע זענען נעכטן ערוועלט געווארן ביי די וואלן, וועלן אום פעברואר 24 קומענדיגן יאר אויסוועלן א נייעם פרעזידענט, וועלכער וועט ערזעצן ראאול קאסטרא, פידעל'ס 86 יעריגער ברודער וועלכער האט געזאגט אז ער וועט אפטרעטן נאכ'ן דינען 2 5-יאר טערמינען, און ווען קאסטרא וועט אפיציעל ערזעצט ווערן, וועט עס זיין די ענדע פון דעם קאסטרא רעזשים אין קובא.

בילד: קובא וואלן, טריט צו נאך-קאסטרא עפאכע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל