זימבאבווע — פאליטישע כאאס האט אויסגעבראכן אינעם אפריקאנער לאנד זימבאבווע, נאכדעם וואס דער פירער פון דעם ארטיגן מיליטער האט געזאגט אז ער איז גרייט צו נעמען די נויטיגע שריט און איבערנעמען קאנטראל אין לאנד אויב עס וועט זיך אויספעלן. זימבאבווע'ס פירער איז דער 93 יעריגער ראבערט מוגאבעי, וועלכער פירט שוין דאס לאנד מיט א גאר שטייפע האנט פאר 37 יאר, און אצינד אז ער ווייסט אז ער גייט שטארבן, וויל ער פטור ווערן פון זיינע שונאים אינערהאלב דער רעגירונג, צו פארזיכערן אז זיין פרוי, גרעיס מוגאבעי, וועט איבערנעמען די פירערשאפט. דאס צו עררייכן, האט מוגאבעי מיט עטליכע טעג צוריק ארויסגעווארפן זיין וויצע פרעזידענט, עמערסאן מענאנגאגווא, וועלכער איז לעגאל אין דער רייע איבערצונעמען די מאכט. דער מיליטערישער פירער אין לאנד, קאנסטאנטינא טשיווענגא, האט געזאגט אז מוגאבעי'ס שריט איז פרעצעדענטלאז, און ער האט פארארדענט מיליטערישע טאנקען זיך אויסצושפרייטן לענגאויס דער זימבאבוובער הויפטשטאט הארארע, צו שטיין גרייט פאר א מעגליכן פוטש.

בילד: מעגליכע מיליטערישע פוטש אין זימבאבווע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל